תנאים פון באנוץ
ברוכים הבאים אויף איך הער דיך. דאס זענען די כללים פונעם פלאץ, קורץ און פשוט. ווען איר נוצט דעם זייטל, זענט איר מסכים צו זיי.
א פלאץ פאר שטיצע, נישט פראפעסיאנעלע הילף
דא רעדן מענטשן איינער מיט'ן אנדערן. וואס מען שרייבט דא איז נישט קיין מעדיצינישע, פסיכאלאגישע אדער פראפעסיאנעלע עצה, און עס איז נישט אנשטאט א טעראפיסט אדער א דאקטער. אויב איר זענט אין א סכנה, רופט אדער שיקט א טעקסט צו 988, אדער רופט 911.
איר זענט פאראנטווארטליך פאר וואס איר שרייבט
ביטע נישט שרייבן: לשון הרע; אומאיידלע שמועסן אדער ווערטער; סטראשונגען; טשעפען אדער באליידיגן אנדערע; פריוואטע פרטים פון אנדערע מענטשן (נעמען, טעלעפאן נומערן, אדרעסן); זאכן וואס זענען קעגן דעם געזעץ; אדער ספאם.
די פארוואלטונג
די אדמינס און מאדעראטארן מעגן באהאלטן אדער אויסמעקן פאסטס, און אפשטעלן אקאונטס, ווען עפעס פאסט נישט צו די כללים.
פאסטס זענען עפנטליך
וואס איר שרייבט קען יעדער לייענען. "פאסט אנאנים" באהאלט אייער נאמען פון'ם עולם, אבער די אדמינס קענען זען ווער עס האט עס געשריבן.
עלטער
מען מוז זיין אלט כאטש 18 יאר כדי זיך צו רעגיסטרירן און צו שרייבן.
ענדערונגען
מיר קענען טוישן די תנאים פון צייט צו צייט. די נייסטע ווערסיע איז שטענדיג דא אויף דעם זייטל.
אן גאראנטיע
דער זייטל ווערט געגעבן אזוי ווי ער איז, אן קיין גאראנטיע. מיר קענען נישט צוזאגן אז ער וועט שטענדיג ארבעטן, אדער אז אלעס וואס מען שרייבט דא איז ריכטיג.
פראגעס
פאר פראגעס, פארבינדט זיך מיט דער פארוואלטונג. איר קענט אויך שרייבן צו info@ichherdich.com.
ווערסיע 2026-11-08 · פריוואטקייט