אין די לעצטע יארן איז די שפראך פון געפילן און טעראפי געווארן מער און מער פארשפרייט, אבער מיט דעם איז אויך אריינגעקומען א גאנצע רייע ענגלישע ווערטער וואס מיר האבן נישט קיין געהעריגע אידישע אויסדרוקן דערפאר.
און א שמועס איז עס נישט עק וועלט, ווייל מיר זענען דאך אלע עקספערטן אין רעדן "פלעין" אידיש, אבער ווען עס קומט צום שרייבן ווערט מען צומאל סטאק...
ווערטער ווי Vulnerability, Validation, Acceptance, Triggers און נאך.
מען דארף טרעפן ריכטיגע איבערטייטשן, נישט סתם צוזאמגענייטע ווערטער, נאר נאטירליכע אידישע אויסדרוקן וואס ברענגען ארויס דעם עכט'ן באדייט.
איין משל פון א גוטן איבערטייטש איז טאקע מיין ניק, "אנטבלויזט", וואס ברענגט ארויס דעם באדייט פון Vulnerable.
דער עולם איז געלאדנט אריינצושיקן זייער המצאות, און מען וועט עס דא אינאיינעם דיסקוטירן.
