איך הער דיך

ליבי חלל בקרבי

א גוטן..
שוין עטלעכע חדשים וואס איך שפיר נישט קיין שום חיות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, איך בין ממש אויסגעלאשן 😭
איז שוין איינער געווען אמאל אין אזא סיטועישאן?

4 ענטפערס

  1. #1

    ברידער איך הער דיך, כ'פארשטיי דיך... דאס מוז זיין עכט שווער..... כ'וויין מיט דיך... ג-ט איז מיט דיר... דער באשעפער זאל באלייכטען דיין לעכטעלע... די האסט דעם אור, די דיזערווסט צו ”לעבן” מתוך אור!

    א געדאנק א שטיקל פערספעקטיוו, וואס קומט מיר ארויף יעצט, א חבר האט זיך אויסגעגאסען זיין שווער הארץ פאר'ן סקולענער רבי הרה”ק רבי ישראל אברהם זי”ע, די רבי האט גערעדט צו זיין הארץ דברי חיזוק, און בתוך הדברים געזאגט, ס'איז באקאנט די מאמר מתלמידי בעש"ט ”ברוך גוזר ומקיים” השי"ת איז גוזר די שוועריגקייט, ”ומקיים” ער געט די כוחות אדורך צו גיין די שוועריגייטען, אבער דאס איז נאר פאר די עצם הגזירה, די הוה... אבער דער דאגה מוטשעניש פונעם עתיד, אדער גילט שווערע געפילען פונעם עבר, דאס איז נישט א חלק פונעם ”ברוך גוזר” דאס נעמט זיך שוין דער מענטש אליין... טייערע ברידער פראביר צו לעבן מיטען הוה - פרעזינט, ווי ווייט מעגליך, ג-ט וועט דיך העלפן.

    תחזיק חזק! די גייסט ארויסקומען שטערקער לעכטיגער!!

  2. #2

    לעבן מיטן הוה? דאס איז דאך מיין פלאנטער! איך פיל נישט, איך זארג נישט, איך האב אפילו נישט קיין גילט. גארנישט.
    אבער עניוועי ביסט א גוטע מענטש האסט זייער א ווארעמע שפראך

  3. #3

    ש'כויח פאר די פידבעיק!
    ס'איז א עבודה וואס האט אסאך לעווילס. ס'איז אבער דא א פלאץ ווי די קענסט זיצען מיט דעי רויע טריקענע הוה, דעי רויע מציאות פון גארנישט, פון אפס... ס'איז פשוט ווייל ס'איז... און א טיפע לעוויל איז עס עצם החיים, ס'איז א עבודה קשה! ג-ט טראסט דיך מיט עס טייערע ברידער.

  4. #4

    ס'הערט זיך זייער פיינפול...

    כאטש איך קען נישט פונקטליך פארשטיין וואס דו גייסט אריבער, אבער פון וויפיל איך פארשטיי יא, גייסטו יעצט דורך א שווערע צייט...

    די געפיל פון גארנישט, פון ליידיגקייט, איז א ביטערע געפיל, און קומט פון א זייער צעבראכענעם פלאץ אינעווייניג אינעם מענטש...

    איך האלט נישט אז ס'האט דוקא מיט רוחניות אדער גשמיות. ס'איז עפעס אין דיר וואס זוכט סיפוק, און סיי וואספארא זאך דו וועסט נאר טון, וועט עס נישט באמת פארהיילן דעם שווערע געפיל. אפשר וועט עס העלפן פאר א שטיק צייט, אבער דער געפיל וועט זיך אייביג צוריקקערן, ביז דו וועסט נישט טרעפן וואס עס איז וואס שרייט ביי דיר אזוי שטארק אינעווייניג...

    עכ"פ, עצות קען איך דיר געבן איבערן ים גענוג, אבער איך מיין אז יעצט איז נישט עצות וואס דו דארפסט, נאר פשוט אביסל מיטגעפיל און פארשטענדעניש...

    דעריבער וויל איך נאר אז דו זאלסט וויסן אז איך פארשטיי דיך, און ס'איז נארמאל צו פילן אזוי. ס'איז שווער, אמאל גאר פיינפול, אבער דו וועסט עס דורכמאכן...

    און ביז דערוייל האסטו כאטש א שיין קרעמל צו זיך אויסרעדן...

    חזק ואמץ!! אנטבלויזט ♡

שרייב אן ענטפער

כדי צו שרייבן דארף מען זיין אריינגעלאגט. רעגיסטרירן נעמט א האלבע מינוט, און ביי יעדן פאסט קענסטו נאך אלץ אויסקלייבן צו שרייבן אנאנים.

ענטפערן