געפילן טוען אונז נאר וויי ווען מיר קעמפן קעגן זיי.
אבער ווען מיר אנערקענען זיי און לאזן זיך פילן — ווערן מיר באפרייט. 💛
📝 די ערשטע צייט איז אלעס אין איין ליסטע. מיר וועלן זען ווי די שמועסן גייען, און שפעטער וועלן מיר מאכן באזונדערע טעמעס.
שלום עליכם און ברוכים הבאים!
דער פלאץ איז געמאכט געווארן פאר איין זאך: אז יעדער זאל האבן וואו זיך אויסצורעדן. מען דארף נישט טראגן אלעס אליין. אמאל איז גענוג אז איינער הערט אויס און זאגט "איך פארשטיי דיך".
ווי עס ארבעט:
• כדי צו שרייבן, רעגיסטרירט זיך מיט א ניק און א פאסווארט. עס נעמט א האלבע מינוט.
• ביי יעדן פאסט קענט איר אויסקלייבן "פאסט אנאנים", און אנדערע וועלן נישט זען ווער עס האט געשריבן.
• איר קענט עפענען א נייעם אשכול, אדער ענטפערן אויף אן אנדערנ'ס.
• אויב איר זעט עפעס וואס פאסט נישט, דרוקט "מעלדן" און די פארוואלטונג וועט עס איבערקוקן.
די כללים:
• זייט ווארעם און רעספעקטפול. דא קומט מען פאר חיזוק, נישט פאר קריטיק.
• קיין לשון הרע. שרייבט נישט קיין נעמען אדער פרטים וואס קענען אידענטיפיצירן אנדערע מענטשן.
• קיין שום אומאיידלע שמועסן אדער ווערטער.
• היט אייער אייגענע פריוואטקייט: שרייבט נישט אייער טעלעפאן נומער אדער אדרעס.
• דאס איז נישט אנשטאט א דאקטער, טעראפיסט אדער רב. אויב עס איז שווער, איז דא הילף, און עס איז א מעלה צו בעטן.
מיר זענען דא איינער פארן אנדערן. ברוכים הבאים 💛